דער פֿאַרבאַנד פֿאַר ייִדיש אין שוועדן

דער פֿאַרבאַנד פֿאַר ייִדיש אין שוועדן איז אַן אָרגאַניזאַציע פֿאַר ייִדישרעדנדיקע. זינט יאָר 2000 איז ייִדיש אָנערקענט ווי אַ נאַציאָנאַלע מינאָריטעטסשפּראַך. דער פֿאַרבאַנד איז געגרינדעט געוואָרן אין 1976 אונטער דעם נאָמען "געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור אין שוועדן". ער האָט די צוועק צו ווירקן פֿאַר פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון ייִדיש; סײַ שפּראַכיקע, סײַ קולטורעלע. די צוועק איז אויך צו פֿאַרשפּרייטן דאָס וויסן פֿון ייִדש צווישן ייִדישרעדנדיקע און די אַלע וואָס ניט רעדן קיין ייִדיש אָבער פֿאַראינטערעסירן זיך מיט ייִדיש און ייִדישער קולטור. די מיטגלידער פֿון די אָרטיקע ייִדישגעזעלשאַפֿטן אין שוועדן זענען רעפּרעזענטירט געוואָרן דורך דעם פֿאַרבאַנדס פֿאַרוואַלטונגסראָט.